סאפיע – הונדערטער עקסטרעם-רעכטע פארשוינען האבן נעכטן מארשירט לענגאויס דער בולגארישער הויפטשטאט סאפיע, צו באעהרן א טרויעריג-בארימטן פרא-נאצישן גענעראל. דער מארש, וואס קומט פאר יאר יערליך זייט 2003 אינעם בולגארישן הויפשטאט, ווערט ארגאניזירט דורך נעא-נאצי גרופעס איבער'ן לאנד און טוט פייערן דעם אנדענק פון כאריסטאוו לוקאוו (Hristo Lukov), דער פירער פון "בולגאריע'ס נאציאנאלע לעגיאנען", וועלכע האט געשטיצט אנטיסעמיטישע געזעצן אין לאנד, און געהאלפן פארשיקן 11,343 ארטיגע אידן צו טרעבלינקע פארניכטונג לאגער אין לויף פונעם האלאקאוסט.

יאר יערליך מארשירן טויזנטער נעא-נאציס אויף די הויפט גאסן פון סאפיא, מיט פאקלען אין די הענט און לאזונגען אין אנדענק פון לאקאוו, און היי יאר האט א פעטיציע קאמפיין פרובירט אפצושטעלן דעם מארש, דורכ'ן אפעלירן צו דער רעגירונג, אבער דער בולגארישער פרעזידענט האט זיך אנטזאגט צו אינטערווענירן, און דער מארש איז פארגעקומען ווי געפלאנט און אומגעשטערט.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל