וואשינגטאן - דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער, איז פרייטאג ארויסגעקומען מיט פרישע קלאגעס אין פארבינדונג מיט זיין אויספארשונג, און די קלאגעס זענען קעגן דרייצן רוסישע בירגער און 3 רוסישע פירמעס, וועלכע ווערן באשולדיגט אין שפילן א ראלע צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן אין יאר 16׳. צווישן די דעטאלן אין די קלאגעס, ווערט באשולדיגט אז די רוסישע פארשוינען האבן גערויבט אידענטיטעטן פון אמעריקאנער בירגער, צו קענען עפענען באנק אקאונטס אין אמעריקע, צו פינאנצירן די רוסישע אפעראציעס. די רוסן האבן געארבעט צו פארשפרייטן פראפאגאנדע לטובת קאנדידאט טראמפ, און האבן אויך געארבעט מיט עטליכע טראמפ קאמפיין באאמטע, וועלכע האבן אומוויסנדיג קאאפערירט מיט די רוסן און ארגאניזירט פרא-טראמפ ראליס. די דעמאקראטן האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די פרישע קלאגעס, אבער טראמפ האט ארויסגעהויבן אז די קלאגעס צייגן קלאר אז קיינער פון זיין קאמפיין האט נישט וויסנדיג קאאפערירט מיט די רוסן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל