וואשינגטאן – א פירמע האט ערצייגט א ספעציעלער מאשין וואס קען לויט זיי ערזעצן דעם פאך פון מענטשן וואס זענען דיאמאנטן שאצער, זיי רופן זיך געאמאלאגיסטן, ד.מ. אז זיי קוקן אריין אין א געשליפענעם דיאמאנט מיט מאשינען און מיט פארגרעסערונג גלעזער און שאצן אפ די ווערד פונעם דיאמאנט, לויט דער קלארקייט, קאליר, און אופן פונעם געשניטן–ווערן. די סערין טעכנאלאגיעס פירמע, וועלכע האט געשפענדעט צען מיליאן דאלאר צו ערפונדן די מאשין, האט געזאגט אז איר סיסטעם, וועלכע גייט יעצט דורך מאסיווע טעסטן אין אינדיע, און וועט ארויסגעלייגט ווערן אויפ'ן מארקעט קומענדיגן זומער, וועט סטאנדאריזירן דעם פראצעדור פון שאצן די ווערד פון דיאמאנטן. אנדערש ווי יעצט וואס עס ווענדט זיך אין דער גוסטע פונעם שאצער.

בילד: מאשין צו שאצן דיאמאנטן ווערד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל