די פארלאפענע וואך איז באצייכנט געווארן דורך פילע מענטשן רעכט ארגאניזאציע אלס די בלוטיגסטע וואך אין די לעצטע צוויי יאר, מיט איבער 230 טויטע פון די קעגנזייטיגע באמבאדירונגען, דאס רעכנט אריין 59 קינדער. די מערהייט פון די אומגעקומענע זענען פון די א-ראטע געגענט נעבן דמשק ווי די אסאד רעזשים האט די וואך דורכגעפירט אינטענסיווע באמבאדירונגען אויף א געגענט וואו עס וואוינען איבער 400 מענטשן וועלכע האבן נישט ווי צו אנטלויפן צוליב א הערמעטישע בלאקאדע וואס די רעזשים האט ארויפגעלייגט אויף דעם געגענט, איינוואוינער האבן באריכטעט הארץ רייסנדע סעצענס פון א גרויזאמע בלוטבאד וואס קומט דארט פאר, און צוליב די בלאקאדע קען מען אויף נישט געהעריג צוקומען צו שענקן מעדיצינישע הילף.

בילד: ״בלוטיגסטע וואך״ אין סיריער קריג אין לעצטע צוויי יאר מיט איבער 230 טויטע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל