מאסעטשוסעטס – דאקטוירים זאגן דער פראבלעם פון וויטאמין די. מאנגל איז היבש איבערגעשאצט, און מענטשן נעמען אפטמאל איבריגע מאסן פון ווייטאמין די. אן קיין באווייזן אז עס פעלט זיי באמת אויס, אדער אז עס העלפט זיי. א באריכט אינעם "ניו ענגלאנד דזשורנאל אוו מעדיצין” זאגט, אז אויב שאצט מען ריכטיג, קומט אויס אז ווייניגער ווי זעקס פראצענט פון אמעריקאנער פון 1 יאר ביז 70 יאר מאנגלען אין וויטאמין די., און בלויז 13 פראצענט זענען אין געפאר פון נישט אריינבאקומען גענוג ווייטאמין די., דאס איז טאקע א זארג, אבער נישט ווי יעצט ווי עס קלינגט ביי מענטשן אז מען האט עפעס אן עפידעמיע פון וויטאמין די. מאנגל ביי מענטשן.

בילד: וויטאמין די. מאנגל איבערגעשאצט



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל