די סאמאטוכע ארום די עף-בי-איי און די קלינטאן אויספארשונג איז געווארן מער קאמפליצירט נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז דער באשלוס איבער די ווידער-עפענונג פון די קלינטאן אויספארשונג בלויז טעג פאר די וואלן איז אייגנטליך געמאכט געווארן דורך דעם עף-בי-איי אגענט פעטער שטראק, דער זעלבער וועלכער ווערט באשולדיגט דורך רעפובליקאנער אין זיין איינזייטיג און פארטייאיש אויף די זייט פון קלינטאן.

די סי-ען-ען נעץ האט געלייגט א האנט אויף דאקומענטן וועלכע צייגן אז שטראק האט געשטופט צו צוריק עפענען דעם אויספארשונג נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען פרישע באווייזן, און האט אויך געהאלפן קאומי שרייבן דעם בריוו אין וועלכע ער האט איינגעמאלדן פאר קאנגרעס איבער די ווידער-עפענונג פונעם אויספארשונג.

די אויפדעקונג האט א צווייפאכיגע באדייט, ערשטנס טוט עס אפווארפן די טענה פון קלינטאן אז קאומי האט דווקא ווידער געעפנט די אויספארשונג כדי צו שעדיגן אירע שאנסן צו געווינען, וויבאלד ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן אויך פרא-קלינטאן אגענטן געשטיצט דעם באשלוס, און אזוי אויך טוט עס אפווארפן די טענה פון די דעמאקראטן אז שטראק האט געהאט א איינזייטיגע אגענדע צוליב דעם וואס ער איז געווען פרא-קלינטאן.

בילד: קאנטראוועסיאלע עף-בי-איי אגענט האט געשטיצט ווידער-עפענונג פון קלינטאן אויספארשונג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל