אן אלארמירנדער באריכט פארעפנטליכט דורך דער 'אנטי דעפעמעישאן ליגע' דערציילט וועגן א ריזיגן אויפשטייג אין סופרעמיסיסטישע אקטיוויטעטן אין קאלעדזשעס און אוניווערסיטעטן איבער די פאראייניגטע שטאטן.

די באנייטע פראפאגאנדע און אנדערע אקטיוויטעטן דורך סופרעמיסיסטישע גרופעס האט זיך אנגעהויבן סעפטעמבער 16', און האלט אין איין זיך הייבן זיך דעמאלט.

346 אינצידענטן זענען רעקארדירט געווארן דורכאויס דעם צייט-אפשניט, וואס נעמען אריין מיטגלידערס פון ראסיסטישע גרופעס פארשפרייטן ליפלעטן און אנדערע ליטעראטור, ווי אויך אנדערע אקטן.

די וואקסנדע השפעה פון די ראדיקאלע גרופעס דערקענט זיך אין 44 שטאטן פון אמעריקע, וואס נעמט אריין 216 זעכצן קאלעדזשעס.

בילד: אויפשטייג אין ראסיסטישע טעטיגקייטן אין אמעריקאנער קאלעדזשעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל