די סקאנדאל-געפלאגטע 'רייקערס איילאנד' תפיסה וועט אויסגעשטאט ווערן מיט א נייעם קאמערע-סיסטעם, וואס וועט דערמעגליכן די באהערדע צו האלטן א בעסערן קאנטראל אויף די אקטיוויטעטן אין דער טורמע.

דער נייער קאנטראל-צענטער קומט אויסגעשטאט מיט צענדליגער סקרינס און סאפיסטיקירטע קאמפיוטערס, וואס וועלן העלפן די תפיסה-באאמטע האלטן אן אויג אויף אלעם וואס שפילט זיך אפ איבעראל אין דעם קאמפלעקס.

קריטיקירערס טענה'ן אבער אז הגם א שריט אין דער געוואונטשענער ריכטונג, איז עס אבער נישט גענוג צוריק אריינצושטעלן זיכערהייטס און ארדענונג אין דער הפקרות-קולטור וואס באהערשט דאס פלאץ.

רייקערס איילאנד איז באזונדערס בארימט צוליב דער קולטור פון הפקרות וואס באהערשט דאס פלאץ, און סקאנדאלן ארום דער תפיסה זענען שוין עטליכע מאל אויפגעקומען, מיט 39 טויטפאלן אין דער טורמע זינט 14'. מעיאר דעבלאזיא האט אין דער פארגאנגענהייט פארשפראכן צו פארמאכן די טורמע דורכאויס די קומענדיגע צען יאר.

בילד: רייקערס איילאנד באקומט נייעם זיכערהייטס סיסטעם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל