דער אטוירני דזשענעראל, דזשעף סעשאנס, האט נעכטן געזאגט אז די אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט וועט נעמען א זעלטענע שריט און פארלאנגן פונעם העכסטן געריכט צו אפשטעלן א געריכטליכע פראצעדור אין קאליפארניע איבער דעם דאק״א פראגראם, און ערלויבן פאר די אדמינסראציע צו ענדיגן דעם פראגראם, וואס שענקט ערלויבעניש פאר 690,000 אומדאקומענטירטע אימיגראנטן צו ארבייטן און שטודירן אין אמעריקע.

אין די צייט וואס עס קומען פאר פארהאנדלונגען צווישן די פאליטישע פארטייען איבער א פערמאנענטע לעזונג פאר די אימיגראנטן וועלכע זענען געברענגט געווארן דא יונגערהייט, האט א פעדעראלער געריכט אין סאן פראנציסקא געבינדן די הענט פון די טראמפ אדמיניסטראציע, און איר פארבאטן פון ענדיגן דעם פראגראם ווילאנג דאס געריכט קוקט נישט איבער אלע קלאגעס קעגן די אדמינסטראציע איבער ענדיגן דעם פראגראם.

אויף צו קענען אפעלירן אן אורטייל דארף מען געווענליך ווארטן אויף די ענדע פונעם געריכטליכע פראצעדור, אבער אין זעלטענע פעלער קען מען פארלאנגען פונעם העכסטן געריכט צו ״אויסקרויזן״ די נידריגערע געריכטן און אנולירן דעם אורטייל.

די העכסטע געריכט דארף איבערקוקן דעם פארלאנג פונעם יוסטיץ דעפארטעמנט און באשליסן אויב עס איז טאקע א קריטיש וויכטיגע פאל, וואס ערלויבט אזא פראצעדור.

דזשעף סעשאנס האט געזאגט, אז ער וויל די העכסטע געריכט זאל קלאר מאכן אז עס איז אמלאגיש אז יעדע ריכטער איבער אמעריקע זאל האבן א פרייע האנט און אינטערווענירן מיט די פרעצעדורן פון די פעדעראלע רעגירונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל