דער ניו יארקער סטעיט סענאט האט איינשטימיג געשטימט צו פארלייכטערן די שטרענגע מארקעטינג רעגולאציעס וואס זענען פריער ארויפגעשטעלט געווארן אויף טייטל-אינשורענס פירמעס, וועלכע וועלן יעצט יא מעגן טאן פארשידענע קלייניגקייטן צו באקומען ביזנעס.

דער ביל, וואס וועט יעצט גיין צום אסעמבלי און דעם גאווערנאר, פארלייכטערט פריערדיגע רעגולאציעס וואס דער 'דעפארטמענט אוו פיינענשעל סערוויסעס' האט אוועקגעשטעלט, צו פארבאטן טייטל-אינשורענס פירמעס צו קויפן קאווע אדער באצאלן מאלצייטן פאר פאטענציעלע קליענטן.

אינעם ביל ווייזן די סענאטארס אן, אז אזעלכע זאכן, וועלכע קומען מיט'ן ציל פון באקומען ביזנעס, קענען נישט פאררעכנט ווערן אינעם כלל פון 'שוחד'.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל