ארום א מאנאט נאך די שטוינענדע זיג פון דעם דעמאקראט דאג דזשאונס אין די רויטע אלאבאמא, האבן דעמאקראטן אפגעצייכנט נאך אן איבעראשנדע זיג אין א טיף רויטע שטאַט, ווען א דעמאקראט האט געווינען א סטעיט סענאט זיץ אין א שטארק רעפובליקאנער געגנט אין וויסקאנסין, מיט אן אויבערהאנט פון 10 פראצענט -- א דיסטריקט וועלכע דאנעלד טראמפ האט געווינען מיט א באקוועמע 17% אויבערהאנט.

דער געווינס איז געקומען טראצדעם וואס די רעפובליקאנער האבן ארויסגעשטעלט דארט א גוטע קאנדידאט, וועלכע איז שטארק געשטיצט געווארן דורך גאווערנער סקאט וואלקער, און האבן אויך אריינגעגאסן אסאך געלט אינעם פארמעסט.

דעמאקראטן קוקן אויף דעם אלס א צייכן, א זיי האבן א געלעגנהייט ביי די בעפארשטייענדע מיד-טוירם וואלן צו צוריקגעווינען א היבשע צאל זיצן וועלכע ווערן יעצט געהאלטן דורך רעפובליקאנער.

דער גאווערנער סקאט וואלקער האט זיך באצויגן צו די פארלוסט און עס אנגערופן אן ״אויפוואכונג רוף״ צו רעפובליקאנער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל