דער רעפובליקאנער סענאטאר, דזשעף פלעיק פון אריזאנע, האט גענומען זיין קריטיק קעגן פרעזידענט טראמפ צו א פרישע שטאפל, און האט אים גאר שארף אראפגעריסן אין א רעדע וואס ער האט היינט געגעבן אין סענאט.

״אן אמעריקאנער פרעזידעט וואס קען נישט אראפשלונגען קיין קריטיק, און פארנעמט זיך א גאנצן טאג זיך צו שלאגן מיט די פרעסע, שטעלט א געפאר צו די אמעריקאנער דעמאקראטיע,״ האט ער געזאגט אין זיין רעדע וואס ער האט געווידמעט צו אדרעסירן וואס ער באטראכט אלס די אטאקע קעגן די פרייע פרעסע פון דעם פרעזידענט.

ער איז געגאנגען ווייטער און צוגעגליכן דעם פרעזידענט׳ס אטאקעס אויף די פרעסע צו דעם טרויעריג בארימטן דעספאט סטאלין ימ״ש און אנגעוויזן אז סטאלין האט אויך געזאגט אז די פרעסע איז די ״פיינט פונעם פאלק״.

פלעיק איז לעצטנס גאר אויסגעשפראכן קעגן דעם פרעזידענט, און דורכאויס די רעדע האט ער אלארמירט די רעפובליקאנער, אז די אטאקעס פונעם פרעזידענט קעגן די מידיע און די פאקט אז ער באצייכנט יעדע נעגאטיווע נייעס אלס ״פעיק ניוז״, שטעלט א געפארפולע פרעצעדענט.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל