אדוואקאטן וואס פארטרעטן די רעגירונג האבן נעכטן געזאגט, אז זיי קענען נישט אויפקומען מיט קיין געהעריגן הסבר אויף דעם אקט פון פארהאלטן דעם אקטיוויסט ראַווי ראַגביר, טראץ דעם וואס יענעמס רעכט זיך אויפצוהאלטן אין די פאראייניגטע שטאטן איז דעמאלט נאך געווען פעליג.

דער 53-יעריגער ראַגביר האט יאנואר 15' באקומען רשות צו צייטווייליג פארבלייבן אין לאנד אויף צוויי יאר, וואס קומט אויס הערשט דעם קומענדיגן פרייטאג, אבער 'אימיגראציע און גרעניץ' אגענטן האבן אים פארהאלטן ווען יענער איז אריינגעקומען זיך מעלדן פארגאנגענעם יאנואר 11.

הונדערטער מענטשן האבן זיך דעמאלט פארזאמעלט אינדרויסן פון דער געביידע, פראטעסטירנדיג קעגן דעם אקט. א צאל מענטשן, אריינגערעכנט קאנסיללייט, האבן פרובירט בלאקירן דעם אמבולאנס, אין וועלכן ראגבי, וועמען ס'איז אינדערצווישן שלעכט געווארן, האט זיך געפונען, און די פאליציי האט אנגעהויבן ניצן כח צו צעטרייבן די מאסן.

אין א געשפרעך מיט דער פרעסע האט מעיאר דעבלאזיא געמאלדן אז די שטאט וועט עפענען אן אויספארשונג אויף דער פאליציי, צוליב קלאנגען אז די פאליסלייט האבן זיך אויפגעפירט ווילד און אגרעסיוו דורכאויס א פראטעסט די פאריגע וואך קעגן דעם ארויסווארפן פון לאנד א פאפולערער אקטיוויסט לטובת אימיגראציע-רעכטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל