אין רעאקציע צו די כוואליע שטורמישע פראטעסטן וועלכע פארפלייצן דאס לאנד טוניזיע, האט די רעגירונג געמאלדן א רייע פון ווייטגרייכנדע רעפארמען וועלכע פארשפרעכן מער הילף פאר די גאר ארימע בירגער. די פראטעסטן האבן אויסגעבראכן צום זיבעטן יארטאג פון דער רעוואלוציע אין וועלכע עס איז אראפגעווארפן געווארן דער רעזשים פונעם דיקטאטור זיין בן-עַלי, די פראטעסטן האבן זיך אנגעהויבן איבער א שטייער העכערונג, און א העכערונג אין פרייז וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף לעבנסמיטלען דורך דער רעגירונג. די פראטעסטן זענען פארוואנדלט געווארן אין ראיאטן און געוואלדטאטן וואס האבן איבערגעלאזט הונדערטער ארעסטירטע און צענדליגער פארוואונדעטע בירגער און פאליציי אפיצירן, אצינד האט די רעגירונג געמאלדן אז זיי וועלן נאכקומען פארלאנגען פון די פראטעסטירער און שענקן ברייטערע הילף פאר די ארימע. די עקאנאמיע פון טוניזיע פלאגט זיך שטארק זינט דער רעוואלוציע און ארבייטסלאזיגקייט שטייט ביי ארום 35% צווישן יוגנטליכע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל