אמעריקע שטעלט צוזאם אן אקטיווע ארמיי פון ארום 30,000 טרענירטע רעבעלן, וועלכע וועלן פלאצירט ווערן ביי די גרעניצן פון סיריע, און דאס באשטייט פון מעסיגע מוסלעמענער רעבעלן גרופעס אינאיינעם מיט די קורדישע מיליציעס, וואס די טרענירונגען און מושטירונגען איז געצילט זיי צו געבן די מעגליכקייטן פון א פארגעשריטענע מיליטערישע קראפט. די ארמיי וועט צווישן אנדערע אויך באוואכן די גרעניץ מיט טערקיי, וואס רופט ארויס שטארקע צארן אין טערקיי, וויבאלד ס'וועט פארשטערקערן די קורדן אין דער געגנט און זיי העלפן אינעם קאמף קעגן דער טערקישער רעגירונג. טערקיי האט אפיציעל אויסגעדריקט איר פראטעסט קעגן דער נייער ארמיי, וואס וועט עווענטועל ארייננעמען די 15,000 מיטגלידער פון די ״סירישע דעמאקראטיש קרעפטן״, וועלכע זענען אצינד די איינציגע אפעקטיווע רעבעלן גרופע וועלכע קעמפט קעגן דעם אסאד רעזשים, אינאיינעם מיט די קורדישע און ארבישע רעבעלן גרופעס וואס קאאפערירן מיט אמעריקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל