א פליגער פול מיט אידן פון ניו יארק קיין ארץ ישראל איז געווען געצוואונגען צו מאכן אן עמוירדשענסי לאנדונג אין ניופאונדלאנד אין קאנאדע, נאכדעם וואס די מאטאר-ענדזשינס האבן נישט געהעריג פונקציאנירט און געמאכט א הויכן און אומגעווענליכן גערודער, א פאסאזשיר וואס האט זיך געפונען אויף דעם פליגער זאגט אז דער פליגער האט זיך געשאקלט ווילדערהייט און עס האט ממש געהערשט א שרעק און פאניק. די רייזנדע זענען געווען געשטראנדעט גאנצע פופצן שעה, ביז ס'איז ענדליך אנגעקומען אן אנדערע פליגער און זיי זענען אפגעפלויגן ב"ה קיין ארץ ישראל.

הוסף רשומת תגובה