נאך א פראבע דעם פארגאנגענעם זומער, האט די שטאט ענדליך באשלאסן צו אפשטעלן דעם אויטאמאביל-פארקער אין פּראספּעקט פּארק, וואס וועט פון יעצט און ווייטער זיין געווידמעט פאר פיסגייערס, ביציקלעך אד"ג.

דער 500-אקערלאנד פּארק האט ביז יעצט פארמאגט ספעציעלע ליניעס געווידמעט פאר אויטאמאבילן, וואס זענען יעצט ארויסגעשטעלט געווארן פון באנוץ.

מעיאר דעבלאזיא האט באצייכנט דעם טויש אלס א "ניי-יאר מתנה" פאר ברוקלין פאמיליעס, וועלכע ניצן דעם פארק זיך צו צעשטרייען און שפאצירן.

ביים הויכפונקט פון יאר, שפאצירן יעדן פרימארגן דארט ארום טויזנט מענטשן, פלוס דריי-הונדערט אויטאמאבילן וואס זענען דארט טעגליך דורכגעפארן.

Image Alternative Text 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל