'רעד הוק', א קליין געגנט ביים האפן פון ים צווישן בארא פארק און וויליאמסבורג, איז אמאל געווען א צענטער פאר קאמערציעלע געשעפטן און פּראַכט-פארקער, אבער איז אין די לעצטיגע יארן טראנספארמירט געווארן אין א 'בעסערער געגנט' פאר ארטיסטן און היפסטערס, און גאווערנאר קאומא וויל העלפן דאס ארט זיך צוצושטעלן צום נייעם מציאות, דורכ'ן פארבעסערן דעם ארטיגן טראנזיט-סיסטעם.

אונטער א נייעם פלאן, וועלן א צאל פראכט-שיפן אוועקגעפירט ווערן פון רעד הוק צו אנדערע ערטער, ווי 'סאָנסעט פּארק', און אנשטאט וועט דאס פלאץ געווידמעט ווערן פאר מער פאסאזשיר-טראנזיט.

דערצו האט קאומא באאויפטראגט דער עם-טי-עי אריינצוקוקן אין פלענער צו פארברייטערן דעם שטאטישן סאבוועי-סיסטעם אין רעד הוק.

א ווארטזאגער פאר מעיאר דעבלאזיא האט דערקלערט אז ס'איז נאך "צו פרי" צו וויסן אז דעם גאווערנאר'ס פלענער זענען דורכפירבאר, און צו זיי שטערן נישט אנדערע שטאטישע אונטערנעמונגען אין דער געגנט.

Image result for andrew cuomo RED HOOK

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל