די ענגע מערהייט פון די רעפובליקאנער אין סענאט איז איינגעשרומפן היינט מיט נאך א שטימע נאכדעם וואס דער פרישער סענאטאר דאג דשאונס איז איינגעשוואוירן געווארן אלס סענאטאר פון אלאבאמא, א חודש נאכדעם וואס ער האט אפגעצייכנט א שטוינענדע זיג קעגן זיין רעפובליקאנער קעגנער רוי מאָר און האט באוויזן צו געווינען א טיף רויטע שטאַט. און דערמיט איז די באלאנס פון סענאט ביי 49-51 פאר די רעפובליקאנער, א גאר שמאלע מערהייט וואס קען פארשווערן פאר די רעפובליקאנער צו פאראויסגיין מיט זייער לעגיסלאטיווע אגענדע.

דשאונס איז באגלייט געווארן צו זיין ערשטן טאג אין סענאט דורך דעם געוועזענם וויצע פרעזידענט דשאו ביידען, א לאנגיעריגער פריינט וועלכער האט אים שטארק געשטיצט אינעם קאמפיין, אזוי אויך איז איינגעשוואוירן געווארן אין די זעלבע צייט די נייע דעמאקראטישע סענאטארשע פון מינאסאטע סענאטארשע טינע סמיט וועלכע טוט אנפולן די פאזיציע פון על פרענקען וועלכער האט רעזיגנירט צוליב סקאנדאלן, זי איז באגלייט געווארן דורך דעם געוועזענעם וויצע פרעזידענט וואלטער מאנדעיל.

דשאונס האט פארשפראכן זיך צו רעכענען מיט די פאקט אז ער רעפרעזענטירט א רעפובליקאנער שטאַט און אז ער וועט זיך האלטן אומפארטייאיש ווען עס קומט צו וויכטיגע אישו׳ס, אבער וועט בלאקירן יעדע פרואוו צו אוועקנעמען העלט-קעיר אדער אנרירן אנדערע הילפס פראגראמען. דשאונס שטייט אויס א ווידערערוויילונג פארמעסט קומענדיגע יאר און עס איז גאר קריטיש פאר אים צו געווינען שטיצע אויך פון רעפובליקאנער צו קענען ערוויילט ווערן פאר א פולע טערמין.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל