פאריז – ערנסטע רעגן שטורעמס האבן זיך אראפגעלאזט אויף גרויסע טיילן פראנקרייך, ברענגענדיג פארפלייצונגען און אויפגעשוואלענע טייכן. פאריז, די רייכע און היסטארישע הויפטשטאט, האט באקומען טאפלט רעגן אין לויף פון פארלאפענעם דעצעמבער און יעצטיגן יאנואר, ווי אין א געווענליכן דעצעמבער און יאנואר, און דאס איז די ערגסטע רעגן שטורעמם וואס האט באטראפן פראנקרייך זינט ארום פופציג יאר צוריק. אין פאריז האט שוין דער רעגן נעכטן נאכגעלאזט, און די עוואקואירטע איינוואוינער האבן זיך אנגעהויבן צוריקצוקערן צו זייערע פארפלייצטע און רואינירטע היימען, אבער די אויטאריטעטן האבן געווארנט, אז שטעט וועלכע וואוינען אין נידריגע געגנטער ארום דער "סעין" טייך אין פאריז, זאלן שטיין אויף דער וואך, ווייל די טייך האלט ביים איבעררינען, און אויב דאס פאסירט, וועלן די פארפלייצונגען זיין קאטאסטראפאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל