א רעפובליקאנער וואס גרייט זיך צו לויפן פאר גאווערנאר קעגן דעם אמטירנדן קאומא האט גערופן אויטאריטעטן צו עפענען אן אויספארשונג איבער די קאסטבארע בוי-פראיעקטן אינעם סיטי'ס סובוועי-סיסטעם.

געוועזענער איריא קאונטי עקזעקוטיוו, דזשאול דזשיאמברא (Joel Giambra), טענה'ט אז ביליאנען דאלאר זענען פארשווענדט געווארן אין א ריי איבערבוי-פראיעקטן פון דעם סובוועי-סיסטעם, און ער פארלאנגט פון פראקורארן אויסצופארשן צי דא איז נישט געווען קיין אפמאך אונטער'ן טיש צווישן די בוי-פירמעס, דער עם-טי-עי, און גאווערנאר קאומא, איז צוטיילן צופיל געלט פאר די פראיעקטן, וואס זענען, לויט זיין באשולדיגונג, אנגעקומען צו די נישט-ריכטיגע ערטער.

זיך באציענדיג צו א צאל אומנויטיגע איבערבוי-ארבעט און איבערגעטריבענע קאסטן, פארלאנגט דזשיאמברא פון דעם יו-עס אטוירני אין מאנהעטן צו דערגיין צי דאס איז נישט פארגעקומען קיין קארופציע.

דער קאומא-קאמפיין האט רעאגירט מיט'ן זאגן אז די באשולדיגונג באשטייט פון שקרים און א ריי אומפינקטליכקייטן, און האט פארגעווארפן דזשיאמברא פאר'ן "פאליטיציזירן דעם יו-עס אטוירני אמט."

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל