קענט – אנטיסעמיטישע גראפיטי איז געפונען געווארן ביי א קינדער-פארק אין ראטשעסטער, קענט, א שטאט אין ענגלאנד. די גראפיטי איז באמערקט געווארן דורך א אידישן טאטן, וועלכער האט שפאצירט נעכטן מאנטאג אינדערפרי מיט זיין קינד צום לאקאלן חדר, און ער האט אויפגעפאסט ווי עטליכע אנטיסעמיטישע לאזונגען און נאצישע סימבאלן זענען אנגעפירקלט אויפ'ן פארק. צווישן די מעסעדזשעס איז געווען א גרויסער האקנקרייץ, און אויך דער סלאגאן "14/88 דאבעליו פּי דאבעליו דאבעליו". עס איז געגעבן געווארן צו פארשטיין אז דער נומער 14 ווערט גענוצט דורך נעא-נאציס צו סימבאליזירן ווייסע סופּעריאריטעט, און די ציפערן 88 באטרעפט אויף עפעס א חשבון די ווערטער "הייל היטלער", און די איבריגע בוכשטאבן דארף זיין עפעס א ראסיסטישע טשעפע קעגן שווארצע. די לאקאלע ראטשעסטער פאליציי האבן אונטערגענומען אן אויספארשונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל