ניו יארק – די דעמאקראטישע ניו יארק קאנגרעספרוי, יעוועטע קלארק, וועמענס דיסטריקט נעמט אויך אריין טיילן פון דער אידישער קראונהייטס געגנט, איז שארף פארדאמט געווארן פאר'ן פארגלייכן פרעזידענט טראמפ'ס אדמיניסטראציע צו דעם נאצי רעזשים אין דייטשלאנד. קאנגרעספרוי קלארק האט געגעבן א רעדע פארלאפענעם שבת ביי א פרא-אימיגראציע ראלי אין ניו יארק סיטי, פארנט פון דער "פעדעראלער פלאזא" אין מאנהעטן, און זי האט געזאגט "מיר שטייען דא פארנט פון א געביידע וועלכע איז געווארן די הויפטקווארטיר פון די געסטאפא פון די פאראייניגטע שטאטן", און אביסל שפעטער ביי דער רעדע האט זי געזאגט אז טראמפ'ס פאליסיס זענען ענליך צו די נאצישע פאליסיס אין די 930'ער יארן.

אידישע גרופעס האבן פארדאמט אירע ווערטער, זאגנדיג אז דאס מינימיזירט די ליידן פון די אידן ביים צווייטן וועלט קריג, און די אידישע אקטיוויסטן האבן פארלאנגט אן אנטשולדיגונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל