בעלגיע – די אייראפעאישע יוניאן לענדער האבן געשיקט א שארפן מעסעדזש פאר ענגלאנד, אז ווי נאר עס וועט זיך אנהייבן די "טראנזישאן" פעריאדע פון ענגלאנד'ס פארלאזן דעם יוניאן, וועט די בריטישע רעגירונג שוין נישט האבן קיין ווארט אין די אנגעלעגנהייטן פונעם יוניאן. די טראנזישאן פעריאדע וועט אריינגיין אין קראפט אום מערץ יאר 19', און וועט אנהאלטן ביז דעצעמבער 31 יאר 020', און טראץ וואס אין לויף פון די מאנאטן וועט ענגלאנד פאקטיש נאך אלץ זיין א מיטגליד אינעם יוניאן, וועלן זיי אבער נישט קענען אריינרעדן – אבער אין דער זעלבער צייט וועלן זיי זיך מוזן צושטעלן און אויספאלגן אלע אייראפעאישע יוניאן פארשריפטן, אריינגערעכנט אזעלכע וואס ווערן באשטעטיגן אין לויף פונעם טראנזישאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל