וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ זאגט, אז עס איז שטארק מעגליך אז די הונדערטער טויזנטער אומלעגאלע דאקא אימיגראנטן אין לאנד, וועלן קענען באקומען פולקאמע אמעריקאנער בירגערשאפט. טראמפ האט קאמענטירט איבער די אנגייענדיגע געשפרעכן צווישן די דעמאקראטן און רעפובליקאנער, אויפצוקומען מיט א פערמאנענטער לעזונג איבער וואס מען וועט טאן מיט די דאקא אימיגראנטן, און טראמפ האט געזאגט אז ער איז אפילו גרייט צו גיין אזוי ווייט, ווי ערלויבן די דאקא אימיגראנטן צו ווערן לעגאלע אמעריקאנער בירגער נאך 10-12 יאר, אויב האבן זיי ריינע רעקארדס. טראמפ האט אבער געזאגט אז די דעמאקראטן וועלן זיך מוזן צושטעלן צו זיין גרעניץ וואנט, פאר וועלכע ער וויל האבן 25 ביליאן דאלאר.

דאקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל