וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט, אז ער איז גרייט און וויליג זיך אראפצוזעצן און ווערן אויסגעפרעגט דורך ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג. טראמפ האט געזאגט אז ער איז גרייט צו רעדן צו מוללער אונטער שבועה, וואס באדייט אז אויב טראמפ ווערט געכאפט ביי א ליגנט, קען ער פאר דעם אליינס אויסשטיין לעגאלע קאנסעקווענצן, און טראמפ האט צוגעלייגט אז ער גלייבט אז זיין אינטערוויו מיט מוללער וועט פארקומען אין צוויי ביז דריי וואכן ארום. טראמפ'ס סטעיטמענט איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס מ'האט געהערט אז מוללער האט שוין אויך אויסגעפרעגט אמטירנדע הויכראנגיקע שפיאנאזש באאמטע פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, אריינגערעכנט סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעיא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל