וואשינגטאן – א באריכט וואס איז נעכטן ארויסגעשטעלט געווארן אין קאנגרעס צייגט, אז דער פאסט–אפיס איז טיילווייז צום באשולדיגן פארוואס עס איז דא דער אפיאידס דראג קריזיס אין אמעריקע. דער באריכט צייגט אז פילע פון די אפיאיד מעדיצינען, צו וועלכע הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער זענען געפארפול צוגעבונדן, און טויזנטער שטארבן יערליך דערפון, קומען אריין קיין אמעריקע פון כינע, פון וואו זיי ווערן געשיקט דורך ביליגע פארמאסוטיקל פירמעס און דער שווארצער מארקעט פון מעדיצינען. די אפיאידס קומען אריין פון כינע קיין אמעריקע דורכ'ן פאסט אפיס סיסטעם, וועלכע פארמאגט בכלל נישט די נויטיגע פראצעדורן איבערצוקוקן ענוועלאופס און פעקלעך פאר אזעלכע סארט זאכן. דער באריכט פירט אויס אז דער פאסט אפיס מוז זיך נעמען אין די הענט אריין, אפצושטעלן איר טייל אינעם אפיאידס קריזיס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל