וואשינגטאן — דער איינפלוסרייכער רעפובליקאנער יוטא סענאטאר אורין העטש, וועלכער איז דער לענגסט-דינענדיגער רעפובליקאנער אינעם סענאט, האט נעכטן געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן היי–יאר פאר ווידערוויילונג, נאר אנשטאט וועט ער רעטייערן פונעם סענאט.

די מעלדונג פון סענאטאר העטש, וועלכער דינט שוין מער ווי פערציג יאר אינעם סענאט, איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס שאק אין וואשינגטאן און איבער'ן לאנד, טראץ וואס מען האט געהאט דערווארט די מעגליכקייט, וויבאלד סענאטאר העטש איז פון די מערסט-רעספעקטפולע סענאטארן אין לאנד.

סענאטאר העטש איז געווען אונטער דרוק פון פרעזידענט טראמפ יא צו לויפן פאר ווידערוויילונג, אריינגערעכנט דאס וואס פרעזידענט טראמפ האט מיט א מאנאט צוריק געגעבן א רעדע אין יוטא, וואו ער האט דערקלערט דעם סענאטאר אלס העראאישער פיגור און רעספעקטירטער קעמפער.

אצינד אז סענאטאר העטש האט באשלאסן צו רעטייערן, עפנט עס די טיר פאר'ן אנטי-טראמפ רעפובליקאנער מיט ראמני — וואס יוטא איז זיין היימסטעיט — צו לויפן פאר'ן סענאט, וואס פרעזידענט טראמפ האט דאס געוואלט אויסמיידן פאר יעדן פרייז, אבער ראמני האט דערווייל נישט געמאלדן זיין קאנדידאטור.

אפדעיט:
מיט ראמני האט געטוישט די סעטינגס פון זיין טוויטער אקאונט, צו יוטא.

בילד: יוטא סענאטאר אורין העטש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל