פראקורארן פארלאנגען פונעם געריכט צו פאראורטיילן א ראדיקאלן נאצי צו עלף יאר תפיסה, נאך דעם וואס אן אויספארשונג אין צוויי מארדן באגאנגען דורך יענעמס א פריינט האט אנטדעקט א זאפאס פון געווער און אויפרייס מאטעריאל ביי דעם נאצי-אקטיוויסט אין שטוב.

דער 22-יעריגער ברענדאָן ראָסעל, וועלכער איז ארעסטירט געווארן פאראיאר נאך דעם וואס צוויי באקאנטע האבן טיילגענומען אין א דאפלטן מארד, איז דער גרינדער פון דער ווילדער ראסיסטיש-אנטיסעמיטישער 'אטאמוואפן' אינטערנעט-גרופע.

דורכאויס יענער אונטערזוכונג, האבן פעדעראלע אגענטן געפונען א זאפאס מיט געווער אין ראסעל'ס צימער, ווי אויך עטליכע עקזאמפלארן פון 'מיין קאמף', און א בילד פון דעם רעכטן מאסן-מערדער טימאטי מעקוועי, וועלכער האט אויפגעריסן א פעדעראלער געביידע אין אוקלעהאמא. אין צוגאב, האט רעסאל פארמאגט א לאבאראטאריע, אין וועלכער ער האט אנטוויקלט און עקספרימענטירט מיט פארשידנערליי אויפרייס-מאטעריאל.

משפחה-מיטגלידערס פון דעם ראסעל האבן פרובירט אים אראפמאלן ווי א "צעדרייטן פּסיכאָפּאַט", אבער די פראקורארן ווייזן אן אז דורכאויס זייערע געשפרעכן מיט אים האט ער ווידערהאלט זיין נאצישע אידאלאגיע מיט א קלארקייט און זיכערקייט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל