דאס מיניסטעריום פאר ענינים פון אויסלענדישע אידן (משרד התפוצות) האט געמאלדן, אז די רעגירונג וועט אפשיקן א מיליאן דאלאר צו דער אידישער געמיינדע אין יוסטאן, טעקסאס, צו העלפן מיט די שאדנס וואס זי האט געליטן פונעם האריקעין האַרווי וואס האט באפאלן די שטאט מיט עטליכע חדשים צוריק.

דער אפמאך, וואס איז דורכגעפירט געווארן צווישן דער 'דזשואיש פעדערעישאן אוו גרעיטאר יוסטאן' און דער מדינת-ישראל רעגירונג, איז געפלאנט אונטערגעשריבן צו ווערן מארגן מיטוואך.

האריקעין הארווי האט אנגעמאכט ריזיגע שאדנס, געשאצט אפצוקאסטן 125-ביליאן דאלאר, און די אידישע געמיינדע, זיבעציג פראצענט פון וועלכער וואוינט אין די שווער-באטראפענע געגנטן, האט שטארק געליטן פון די פארפלייצונגען וואס דער שטורעם האט אנגעברענגט.

"איך קוק ארויס אויפ'ן טאג, ווען אלע געשעדיגטע שולעס און שולן וועלן זיין אינגאנצן איבערגעמאכט און גרייט צום באניץ," האט דערקלערט נפתלי בנט, פארזיצער פון דער 'הבית היהודי' פארטיי, וועלכער דינט אלס 'שר התפוצות'.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל