א צאל רבנים וואס באלאנגען צו דער ליטווישער 'דגל התורה' פראקציע אינערהאלב דער 'יהדות התורה המאוחדת' פארטיי, האבן אריינגעגעבן א ביטע צום אינערן מיניסטער, ארי' דרעי, אנצורופן די חרדי'שע שטאט אלעד 'איילת השחר', אויפ'ן נאמען פון א סעריע ספרים מיט די חידושים פון הגרי"ל שטיינמאן זצ"ל, וועלכער איז נפטר געווארן פאריגן חודש.

אלעד, וואס געפינט אין צענטער פון לאנד, נישט ווייט פון תל אביב, איז א חרדי'שע שטאט וואס באשטייט פון קארגע פופציג-טויזנט איינוואוינערס.

דרעי, וועלכער איז אויך פארזיצער פון דער ש"ס-פארטיי, האט באשטעטיגט אז ער האט דערהאלטן די בקשה און האט זי ווייטער געשיקט צו די ריכטיגע אויטאריטעטן, וועלכע וועלן דארפן פאסן א באשלוס דערוועגן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל