וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן ארויסגעשטעלט נייע זיכערהייט פארשריפטן פאר פליטים וועלכע ווילן אריינגעלאזט ווערן קיין אמעריקע. פרעזידענט טראמפ האט פון דער ערשטער מינוט אין ווייסן הויז געצילט איינצוצוימען פליטים, ארויסברענגענדיג אז פילע פון זיי זענען שעדליכע פארשוינען, וועלכע ברענגען מיט זיך טעראר און קרימינאליטעטן, און ער האט טאקע איינגעשטעלט א צייטווייליגן אפשטעל אויף ארייננעמען סיי וועלכע פליטים פאר עטליכע מאנאטן. אצינד נעמט שוין די פעדעראלע רעגירונג ווייטער אן פליטים פון אויסלאנד, אבער היימלאנד זיכערהייט סעקרעטארשע, קירסטען ניעלסאן, האט נעכטן געזאגט אז נייע טעסטן און מאסנאמען זענען אריינגעשטעלט געווארן, צו פארזיכערן אז פארשוינען מיט קרימינאלע רעקארדס באקומען נישט קיין פליטים סטאטוס און ווערן נישט אריינגעלאזט אין לאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל