וואשינגטאן – פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס זאגט אז ער האט פארארדענט אן איבערזיכט אויף די זיכערהייט פראטאקאלן ביי אמעריקאנער באזעס איבער דער וועלט, נאכדעם וואס ס'איז אפירגעקומען אז די לעבנס פון אמעריקאנער זעלנער, ספעציפיש אין געהיימע באזעס אין געפארפולע לענדער, זענען אין געפאר. דער געפאר שטאמט פון דער "סטראווא פיטנעס" טעכנאלאגיע, וואס מיר האבן נעכטן באריכטעט אז די פירמע האט פובליצירט א מאפע פון וואו אימער איבער דער גאנצער וועלט מענטשן נוצן זייער טעכנאלאגיע. אין דער מאפע זעט מען ווי אין אזעלכע לענדער ווי אפגאניסטאן און סיריע ווערט די טעכנאלאגיע קוים באנוצט דורכ'ן אלגעמיינעם פובליק, היות זיי זענען אין מלחמה זאנעס און לעבן אן קיין אינטערנעט פארבינדונג, אבער קליינע פינטעלעך דא און דארטן אין די לענדער, ווערט יא באנוצט די טעכנאלאגיע, וואס ס'איז קלאר אז דארטן געפינען זיך מיליטערישע באזעס, וועלכע זענען יא אויסגעשטאט מיט אינטערנעט פארבינדונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל