וואשינגטאן – די געשפרעכן צווישן אמעריקע, מעקסיקא און קאנאדע, איבער רעפארמירן דעם "נאפטא" האנדלס אפמאך, וועלן זיך אריינציען גאנץ מעגליך ביז אזוי שפעט ווי אינמיטן יאר 19'. דאס האט מען נעכטן געהערט פון די אמעריקאנער פארשטייער ביי די אנגייענדיגע געשפרעכן, און עס איז אויפגענומען געווארן מיט אנטוישונג, וויבאלד אריגינעל האבן שוין די געשפרעכן געדארפט זיין פארטיג אין יאר 17', נאר ס'האט זיך פארצויגן ביז היי יאר מערץ, און יעצט הערט מען אז ס'וועט ניטאמאל דאן זיין פארטיג. מען האט אבער נעכטן אויך געהערט אז די דריי לענדער מאכן גרויס פארשריט, און זיי זענען שוין געקומען צו עטליכע פארשטענדענישן ביים לעצטן רונדע געשפרעכן, וועלכע האבן זיך נעכטן געשלאסן. די פארשריט איז געמאכט געווארן, ווען די דריי לענדער האבן איינגעשטימט אויף נייע אנטי-קארופציע פארשריפטן, בעסערע קאסטומס אנגעלעגנהייטן, און עסנווארג-זיכערהייט פארשריפטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל