וואשינגטאן – א "ניו יארק טיימס" באריכט דעקט אויף, אז ראד ראזענסטיין, וועמען פרעזידענט טראמפ האט גענומען אלס דעפיוטי אטוירני דזשענעראל אונטער דזשעף סעשאנס, האט מיט א יאר צוריק פונדאסניי באשטעטיגט די אויטאריטעט פון די עף-בי-איי צו שפיאנירן אויפ'ן געוועזענעם טראמפ קאמפיין ראטגעבער קארטער פעידזש, נאכדעם וואס די ערשטע אויטאריזאציע איז ארויסגעגעבן געווארן נאך אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע. די אויפדעקונג, לויט'ן טיימס, ווערט ארויסגעברענגט אינעם "עף-בי-איי מעמא" וועלכע די קאנגרעסיאנאלע שפיאנאזש קאמיטע האט צוזאמגעשטעלט און זאגט אז עס דעקט אויף קארופציע און קאנספיראציע אינערהאלב די עף-בי-איי און די געוועזענע אבאמא אדמיניסטראציע. דאס אז ראזענסטיין האט געגעבן ווידער-באשטעטיגונג צו שפיאנירן אויף קארטער פעידזש, באדייט ווארשיינליך אז ער האט געזען גענוג סיבה טאקע צו גלייבן אז פעידזש האט געדינט אלס אגענט פון די רוסן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל