די פראנצויזישע פאליציי זוכט צוויי פארברעכערס וואס האבן צעשלאגן אן אכט-יעריג אידיש קינד אין א פארשטאט פון פאריז.

דאס יונגל, האט געטראגן א יארמולקע, איז געווען אויפ'ן וועג צו לערנען מיט א פריוואטן מלמד, ווען צוויי באנדיטן האבן אים אראפגעווארפן אויף דער ערד און מיאוס צעשלאגן.

פראנקרייך זעט א גרויסן אויפשטייג אין אנטיסעמיטישע אטאקעס, וואס קומט אין גרויסן טייל פון דער ארטיגער איסלאמישער באפעלקערונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל