דריי פראטעסטירערס זענען ארעסטירט געווארן, נאכ'ן ארויפקריכן דעם מעטאלנעם גלאוב ביי קאלאמבוס צירקל אין מאנהעטן, כדי ארויפצוציען א שילד מיט א מעסעדזש קעגן דעם פרעזידענט'ס אימיגראציע-פאליסיס.

די קריכערס האבן ארויפגעשטעלט א שילד וואס האט זיך געלייענט, "האט נישט ליב קיין גרעניצן, שטעלט אפ די דעפארטאציעס."

דער ספעקטאקל האט זיך אפגעשפילט קעגנאיבער דעם 'טראמפ אינטערנעשאנעל האטעל' אין אנבליק פון דער 'סטעיט אוו די יוניאן' רעדע.

בילד: אנטי-טראמפ פראטעסטירערס קריכן ארויף קאלאמבוס-צירקל גלאָוב

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל