א אידיש יונגל איז ערנסט געשעדיגט געווארן פון שטיין וואס איז אים געווארפן געווארן אין פנים דורכאויס א בוים-פלאנצונג פראיעקט אינעם ישוב יצהר.

דורכאויס דעם פראיעקט, וואס איז אונטערגענומען געווארן לכבוד ט"ו-בשבט, האבן קינדער פונעם שטעטל פארפלאנצט ביימער אינעם שטח פונעם 'קומו אורי' פאַרם, ווען א גרופע אראבער פון א דערבייאיגן דארף זענען באפאלן די קינדער און אנגעהויבן ווארפן שטיינער.

איין יונגל איז ערנסט געשעדיגט געווארן פון א שטיין וואס אן אראבער האט אים געווארפן אין פנים, און א צאל אויטאמאבילן זענען אויך געשעדיגט געווארן.

יצהר איז א שטעטל פון ארום פופצן-הונדערט נפשות און געפינט זיך אין דער שומרון געגנט, נישט ווייט פון שכם.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל