די אמעריקאנער פליגער-פירמע, באואינג, האט געמאלדן אירע פלענער פאר'ן יאר 18', וואס נעמט אריין דאס אפליפערן צו פלי-ליניעס פון 810 ביז 815 נייע עראפלאנען.

לויט דעם חשבון, וועט די פירמע ליפערן א נייעם עראפלאן יעדע עלף שעה דורכשניטליך.

באואינג'ס קאנקורענט, די אייראפעאישע 'עירבאס', פלאנירט אויך צו ליפערן ביז 800 נייע פליגערס דורכאויס דעם יאר.

די סטאקס פון באואינג איז געשטיגן מיט 6.5 פראצענט אין רעאקציע צו די גינסטיגע נייעס.

בילד: 'באואינג' וועט פראדוצירן הונדערטער נייע פליגערס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל