א פראיעקט איבער אנטאן קאמערעס אויף פאליציאנטן וואס דעבלאזיא האט אונטערגענומען, וועט אריינגיין אין קראפט נאך היי-יאר, וואס איז מיט א יאר פריער ווי לכתחילה געפלאנט.

דער קאמערע-פראיעקט, וואס קומט צום טייל מיט'ן ציל צו פארזיכערן אז פאליסלייט פירן זיך אויף לויט'ן פראטאקאל, איז שארף קריטיקירט געווארן דורך דעם פאליציי-יוניאן, וואס האט דערצו אריינגעטראגן א געריכטליכע אנקלאגע דערקעגן.

דער פלאן איז געווען, אז דער פראיעקט, וואס וועט אפקאסטן 27.4-מיליאן דאלאר, וועט אריינגיין אין קראפט הערשט אין 2019, אבער דער מעיאר האט אנגעהויבן אונטעריאגן דאס עסק און וויל עס זען מסודר נאך היי-יאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל