וויצע-פרעזידענט מייק פּענס פלאנט זיך ארויסצולאזן אויף א קאמפיין-רייזע איבער'ן לאנד, אין א פארזוך אויפצוטרייבן שטיצע פאר רעפובליקאנער קאנדידאטן פאר די בעפארשטייענדע 'מידטוירם' וואלן.

דאס קומט אין א צייט ווען עטליכע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט און סענאטארס שטייען אויס שווערע פארמעסטן קעגן דעמאקראטישע קעגנערס, אריינגערעכנט אין עטליכע טראדיציאנאל-רעפובליקאנער דיסטריקטס.

פּענס וועט דערביי אויך אפהאלטן עטליכע פאנדרעיזארס לטובת דער 'נאציאנאלער רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלער קאמיטע'.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל