אן אראבישע משפחה אין עזה האט געמאלדן אז זי האט אומגעברענגט אירס א זון, נאך דעם וואס די כאמאס-פירערשאפט האט יענעם חושד געווען אין האבן געהאלפן מדינת ישראל.

די משפחה האט געלאזט וויסן אז איינער פון זיי האט דערשאסן דעם זון, אכמעד בארכאון, אבער נישט געוואלט זאגן ווער.

כאמאס זאגט, אז בארכאון האט צוגעשטעלט אינפארמאציע פאר מדינת-ישראל כוחות דורכאויס דעם קאנפליקט אין 14', ווען מדינת ישראל האט אטאקירט די מיסיל-איינריכטונגען וואס זענען בעפאר געשאסן געווארן דורך כאמאס.

די טעראר-גרופע האט דעמאלט באהאלטן די מיסילס אין ציווילע הייזער, ווי אויך שולעס און שפיטעלער, אין א פרואוו אפצוהאלטן מדינת ישראל פון באמבארדירן די מיסילס, און כאמאס זאגט אז בארכאון האט מיטגעטיילט מיט מדינת ישראל וואו די כאמאס מיסיל-שיסערס באהאלטן זיך אויס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל