שטייענדיג א וואך נאכ'ן אויפנעמען דעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער, האט דער אינדיאנישער פרעמיער, נארענדא מאודי, געמאלדן וועגן א פלאן צו פליען נעקסטן חודש באזוכן דעם פירער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט, מאכמוד אבאס, אין ראמאלא.

דאס וועט זיין דאס ערשטע מאל וואס אן אינדיאנישער פירער באזוכט ראמאלא, וואס קומט לויט אנאליסטן מיט'ן ציל צו באלאנצירן די ווארעמע אויפנאמע וואס אינדיע האט געגעבן צום פירער פון מדינת ישראל, און די פארשטארקטע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער.

מאודי וועט אין ראמאלא זיך טרעפן מיט אבאס, ווי אויך א צאל הויכראנגיגע באאמטע פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל