אגענטן פונעם מאנהעטן דיסטריקט אטוירני אפיס האבן דורכגעפירט אן אבלאווע איבער די אפיסעס פונעם 'נוזוויק' מאגאזין, און קאנפיסקירט פון דארט א צאל קאמפיוטערס און קאמפיוטער-סערווערס.

דעטעקטיווס האבן נעכטן אריינגעשטורעמט אין דער געביידע, אין דער צייט וואס די ארויסגענג זענען באוואכט געווארן דורך אגענטן, וואס האבן זיכער געמאכט אז גארנישט ווערט פון דארט ארויסגעפירט.

דער דיסטריקט אטוירני אפיס האט זיך אפגעזאגט פון קאמענטירן דערוועגן, אבער ווי עס שיינט איז דער איבערפאל טייל פון א יאר-לאנגער אויספארשונג אויף דעם פירער פון דער קאמפאני.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל