דער הייליגער אור החיים הקדוש (אין פרשת בא) האט א הייליגע אנאליז איבער וויאזוי פרעה האט זיך זעלבסט פארענטפערט אויף זיין הארטנעקיגקייט נישט ארויסצילאזן די אידן. הגם טאקע אז הקב"ה האט געזאגט 'כי אני הכבדתי', האט אבער פרעה הרשע ווארשיינלעך געברויכט כאטש ביי זיך האבן עפעס וואס א סיבה אויף וואס זיין עקשנות איז געווען געבויט.

דער הייליגער אור החיים לאזט זיך אריין אין א "סיטשועשען רום" היי לעוועל נעשאנעל סעקיורעטי קאונסיל מיטינג פונעם מצרי'שע פרעזידענט און זיין קאבינעט אין וועלכע מען דיסקאסירט דעם פארלאנג פונעם אידישע גאט'ס שליח פון א פאליטישע פאונט אוף וויא, און וויאזוי דאס האט געפירט צו די טעות פונעם מצרי'שע קאבינעט און צו זייער סוף.

דער אוה"ח הקדוש ברענגט ארויף א אינטערסאנטע קשיא. נעמליך, מען זעהט ביי מכת ארבה האבן פרעה'ס קאבינעט מעמבערס געטענה'ט "הטרם תדע כי אבדה מצרים?! שלח את ישראל". און פרעה האט זאגאר צוריקגערופען משה רבינו, און אים געפרעגט דעם "מי ומי ההולכים". און באקומענדיג דעם "בנערינו ובזקנינו נלך - #ברבבותינו..." תשובה - 'ויגרשום מפני פרעה'.

פרעגט דער אור החיים הקדוש, היתכן מען זעהט נישט אז די מיניסטארן זאל נאכאמאל אין די נאכפאלגענדע מיטינגען אויפברענגען די "הטרם תדע" טענה, צו איז נאך מכת ארבה שויניש געווען שייך די "הטרם תדע"?! פארוואס האבן זיי עס נישט געשריגען נאך ארבה?? פארוואס זאגן זיי עס נישט נאך מכת חושך? פארוואס זאגן זיי עס נישט נאכן ווארענען איבער מכת בכורות?!

זאגט דער הייליגער אור החיים הקדוש, לייג צו קאפ וועל איך אייך מסביר זיין א הייליגע אנאליז איבער די פאליטישע אנטוויקלונגען אינעם מיצרישען קאבינעט.

זאגט דער אור החיים הקדוש הייליג!
ווען משה רבינו האט געברענגט די שליחות צו פרעה "שלח עמי ויעבדינו" האט משה רבינו נישט גערעדט בכלל איבער וואס ס'וועט זיין נאכן "שלח עמי", צו וועלען די אידן בלייבן אייביג אינדרויסן, צו וועלען זיי צוריק-קומען ווי נאר די "יעבדינו" ענדיגט זיך? די פרט איז נישט געווען אינקלודעט אין די מעסעדש.

די מצרי'שע נעשאנעל סעקיורעטי קאונסיל - מיט פרעה בראש - האט זיך געזעצט דן זיין בכובד ראש וואס די מעסעדש באדייט. און צו ס'איז פארהאנען דערין עפעס א באהאלטענע מעסעדש...

זיי האבן ארויסגעלייגט צוויי מהלכים וואס די מעסעדש קען מעגליך באדייטען‏:
צד א' - אז דער אידישער באשעפער וויל נאר אפאר טאג און נאכדעם וועלען די אידן צוריק-קומען.
און די סברה צו זאגן אז דאס מיינט די מעסעדש איז ווייל דער אידישער באשעפער קען דאך אלעס טוען, און אויב וויל ער דוקא אז זיין פאלק זאל ארויסגיין פאר אייביג וואלט ער דאך געשיקט זיין שליח צו זאגן ספעסיפיקלי "שיק ארויס אויף אייביג". אלא מאי אז ער זאגט עס נישט, איז יתכן ער וויל טאקע נאר א "טעמפארערי בען"...

די אנדערע מיניסטארן האבן גע'טענה'ט אז יעדע מטבע האט צוויי זייטן. און דא איז דא א צד ב' אויך.
צד ב' איז - אז דער אידישער באשעפער וויל עכט יא ארויסנעמען זיין פאלק אויף אייביג. דאן פארוואס בעט ער עס נישט?
נאר כביכול ער האט נישט די יכולות אליינס דאס ציטוען, דעריבער איז דער אידישער באשעפער אויפגעקומען מיט א פלאן 'אויסצינארן' די מצרים, און זיי זאגן "שיקטס ארויס די אידן נאר פאר אפאר טעג" אבער עכט וועלען זיי נאכדעם אנטלויפען.

זאגט דער אור החיים הקדוש. די מצרים צוליב זייער חסרון האמונה האבן זיי ענדערש אנגענומען די "פאליטישע" צד ב' מהלך אז דא קומט פאר א 'אויסנארן' אקציע, און אז דער אידישע באשעפער קעניש עכט אליינס ארויסנעמען זיין פאלק, און פארדעם בעט ער נאר אפאר טעג.‏ נו אויב אזוי, - האט די קאבינעט – געטענה'ט אז מען זאל זיך עקשנ'ן!. ווייל אז דער אידישער באשעפער קען נישט אליינס, האבן די מצריים נישט וואס מורא צו האבן. "מיר ברעכען זיך נישט פאר טעראר...."

גייט אבער דורך 7 קנאקעדיגע מכות אין וועלכע דאס לאנד גייט כאדאראם.... דם, צפרדע, כנים, ערוב, דבר, שחין און ברד. און יעצט קומט מען שוין ווארענען אויף א פרישע מכה. האבן די מיניסטארען אנגעהויבן איבערטראכטען אז אפשר דאך איז ‏יא דא א מעגליכקייט אז צד א' אז דער אידישער באשעפער וויל נאר אפאר טעג און נאכדעם וועלען די אידן צוריק-קומען איז די ריכטיגע?

האבן זיי געזאגט פאר פרעה, קעניג טייערע, אונז האב מיר אנגעהויבן טראכטען אז ס'איז מעגליך דאס דער אידישער באשעפער איז יא אמת'דיג מיטן זאגן אפאר טעג', און די אידן וועלן צוריק-קומען נאכדעם.

פרעגט זיי פרעה 'וואס מאכט ענק טראכטן אז צד א' איז ריכטיג?'.

אויפדעם ענטפערען זיי: "הטרם תדע כי אבדה מצרים"?! קוק דיך אום. מצרים איז חרוב ונחרב. זעהסטו דאך אז דער אידישער באשעפער קען טוען אלעס! נו, אויב קען ער שיקן אזאנע מכות כדבעי' קען ער דאך זיכער יא אליינס ארויסנעמען זיין פאלק ריגארדלעס אויב אונז וועל מיר מסכים זיין אדער נישט. און דעריבער טראכט מיר אונז אז זיין זאגן אפאר טעג איז טאקע וועגען ער וויל 'באמת נאר אפאר טעג', נו אז דאס איז די גאנצע וואס ער וויל דאן "שלח את העם ויעבדין את אלוקיהם"!.

זאגט פרעה, נו נו, לאמיר עס וועריפייען!

פרעה שיקט צוריקרופען משה רבינו און פרעגט אים "מי ומי ההולכים?". - פון די ענטפער אויף די קשיא האט פרעה געוואלט ארויסהאבן וועלכע צד ס'איז גערעכט. צד א' אדער צד ב'.

ווען משה רבינו‏ האט גענטפערט דעם "בנערינו ובזקנינו נלך". האט פרעה געזאגט פאר זיינע חברה "אט האט איר א קלארע ראיה אז אפשען 2 איז די ריכטיגע און דא קומט פאר א "אויסנארונג" אקציע! - עטס קענטס מיר זאגן זינט ווען דארף מען בנערינו ובזקנינו נלך, בצאנינו ובבקרינו אויב גייט מען נאר פאר "אפאר" טעג?

אלא מאי - שרייט פרעה - דער אידישער באשעפער וויל ארויסנעמען די אידן אויף אייביג! איי פארוואס זאגט ער פאר פרעה "אפאר טעג"? ווייל כביכול דער אידישער באשעפער קען זיי נישט אליינס ארויסנעמען און ער וויל אונז אויספאפן אז אונז זאל מיר זיי קודם ארויסלאזן און נאכדעם וועט ער זיי שוין קענען האלטן אינדרויסען פאר אייביג!

און דעריבער "ויגרשום מאת פני פרעה!!". און די מיניסטארן האבן טאקע מער נישט אויפגעברענגט די "הטרם תדע" טענה, ווייל זיי האבן זיך איבערצייגט אז - לדעתם הטמאה והרשעה - אז כביכול דער אידישער באשעפער קען נישט אליינס און ער וויל זיי נאר אויספאפן.
און דאס האט זיי אפגעהאלטן פון זיך דערשרעקן ביי די קומענדיגע מכות, און האט זיי געגעבען א תירוץ אויף וועלכען זיי האבן תולה געווען זייער עקשנות.

זי"ע!

אור החיים הקדוש

פון שמאטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל