אין א חידוש פון א שריט האט א רעליגיעזע גרופע פון סאודי אראביע אפגעשריבן א בריוו צום דירעקטאר פונעם האלאקאוסט מוזעאום אין די פאראייניגטע שטאטן, אין וועלכן זי באצייכנט דעם האלאקאוסט ווי "איינס פון די ערגסטע פארברעכנס אין דער היסטאריע."

אינעם בריוו האט די 'מוסולמענישע וועלט ליגע', וואס ווערט צום גרויסן טייל געשטיצט דורך דער קעניגליכער משפחה פון סאודי אראביע, באצייכנט די וואס פרובירן אונטערמינעווען אדער לייקענען דעם חורבן ווי "אראפ פון זינען."

חורבן-לייקענונג איז זייער פארשפרייט אין אראבישע לענדער, און דער בריוו ווערט געזען ווי נאך אן אנדייטונג איבער די אונטערן-טיש באציאונגען וואס האבן זיך אנטוויקלט צווישן סאודי אראביע און מדינת ישראל, אין אנבליק פון דער איראנישער נוקלעארער געפאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל