זשוליאן אסאנדזש, דער גרינדער און אנפירער פון וויקיליעקס איז נאך דערווייל איינגעשפארט אין די עקוואדאר אמבאסאדע געביידע אין לאנדאן, דאס קומט נאכדעם וואס ענגלאנד האט אפגעזאגט א ביטע פון עקוואדאר אים צו שענקן א דיפלאמאטישע סטאטוס אז ער זאל קענען ארויספארן פון לאנדאן אן צו ארעסטירט ווערן. מיט עטליכע יאר צוריק האט א געריכט אין ענגלאנד ארויפגעלייגט אויף אים אן ארעסט פארלאנג וויבאלד ער האט פארלעצט די בעיל געזעצן ווען ער איז אנטלאפן צום עקוואדאר אמבאסאד אינמיטן א געריכטליכע פראצעדור אויב ער זאל ווערן אויסגעליפערט קיין שוועדן ווי עס האט אים ערווארטעט קלאגעס, אצינד האט שוין דאס געריכט אין שוועדן אים ריינגעוואשן און דעריבער וויל ער א צוזאג אז ער וועט נישט ארעסטירט ווערן ביים ארויסקומען אדער אפגעליפערט ווערן קיין אמעריקע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל