באריכטן אין כינזעזער קוועלער וועלכע האבן אינערליכע אינפארמאציע פון נארט קארעא זאגן אז די רעזשים געפונט זיך אין א קלעם וויבאלד דער יעצטיגער דיקטאטור קים יאנג אָן האט פארשווענדעט שווערע געלטער אויף די נוקלעארעא פראבעס און וואפן און האט שוין כמעט גענצליך פארנוצט די ספעציעלע פאנדן וואס זיין טאטע האט אירבערגעלאזט פאר דעם צוועק, פאנדן וועלכע ווערן גערופן דאס ״שווארצע קעסטל״ וויבאלד דאס איז די לעצטע פאנדן וואס די רעזשים האט צו בויען איר מיליטערישע קראפט. לויט די זעלבע קוועלער איז דאס די סיבה פארוואס קים יאנג אָן איז אינטרעסירט אין בעסערע באציאונגען און דעריבער האט ער געשיקט א גרופע ספארטלער צו די אלימפישע שפילן אין סאוט קארעא וויבאלד די רעזשים מוז צוקומען צו פרישע איינקונפטן צו קענען פונציאנירן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל