אין רעאקציע צו דעם וואס די דעמאקראטן האבן געמאלדן אז זיי האלטן נישט ביים באשטעטיגן א גרעניץ וואנט, האט פרעזידענט טראמפ ״געהעכערט דעם פרייז״ וואס ער איז וויליג צו נאכגעבן פאר דעמאקראטן אין אויסטויש פאר׳ן שטיצן א גרעניץ וואנט, און האט געזאגט אז ער וועט זיין גרייט צו שענקן א ״וועג צו בירגערשאפט״ נישט בלויז פאר די 700,000 אימיגראנטן וועלכע זענען אנגעשלאסן אין דאק״א, נאר פאר דאפלט ביז אזויפיל ווי 1.8 מיליאן אומדאקומענטירטע אימיגראנטן, די וועג וועט זיין א פראצעדור פון 12 יאר ארבייטן אדער שטודירן אין אמעריקע, און אלס אויסטויש וויל דער פרעזידענט דעמאקראטישע שטיצע פאר 25 ביליאן דאלער אין פינאנצירונג פון בויען א וואנט און שטערקערע גרעניץ זיכערהייט, די דעמאקראטישע פירער אין קאנגרעס האבן אוועקגעמאכט דעם פארשלאג זאגנדיג אז זיי האלטן נישט ביים פינאנצירן אזא וואנט אונטער קיין שום אפמאך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל