די טראנזיט-יוניאן האט היינט געמאלדן, אז ער וועט בעטן פון דער סיטי צו אינסטולירן באריקאדעס צווישן די געווענליכע ליניעס און די וואס זענען באשטימט ספעציעל פאר אויטאבוסן.

די החלטה איז געקומען נאך אן אויספרעג וואס דער יוניאן האט דורכגעפירט צווישן דרייווערס, וועמענס רעזולטאטן האבן געוויזן אז דער שווערסטער טייל פונעם דזשאב איז ווען אויטאמאבילן שטעלן זיך אריין אדער פארקן דאבל אין די אויטאבוס-ליניעס, וואס פארשווערט זייער פאר די דרייווערס צו פירן דעם באס.

געזעצליך טארן קארס אונטער געווענליכע אומשטענדן נישט פארן אין די באס-ליניעס, אבער דער יוניאן טענה'ט אז די שטאט וואלט געדארפט נאכפאלגן די ביישפיל פון אנדערע גרעסערע סיטיס איבער'ן לאנד, וואס האבן זיך נישט באגענוגט מיט געזעצן נאר אוועקגעשטעלט פיזישע באריקאדעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל